קאליפארניע – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפגעשטאט א באזוך אין קאליפארניע, וואו ער איז געפארן קיין סאן דיעגא, צו באטראכטן פונדערנאענט עטליכע סעמפלס וואס פירמעס האבן אוועקגעשטעלט, וויאזוי א פאטענציעלע גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא וועט אויסזען. טראמפ האט באטראכט יעדעס איינציגע סעמפל און געגעבן קאמענטארן און פארשלאגן וויאזוי עס צו פארבעסערן, אריינגערעכנט דאס וואס ער האט געזאגט אז ער וויל זייער שטארק זען אז א פירמע זאל אויפקומען מיט א וועג וויאזוי מען קען מאכן די וואנט גאר שטארק, אבער אין דער זעלבער צייט דורכזיכטיג, כדי די אמעריקאנער גרעניץ וועכטער זאלן קענען אריבערקוקן און זען וואס עס טוט זיך אויף דער אנדערער זייט. טראמפ האט ווידערהאלט אז עס איז וויכטיג צו האבן די גרעניץ וואנט, ווייל "אויב האסטו נישט קיין וואנט, האסטו נישט קיין לאנד".

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל