ווארשא – דער אטוירני דזשענעראל אין פוילן, וועלכער איז דער העכסטער אויטאריטעט איבער געזעץ און יוסטיץ אין לאנד, האט נעכטן ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע ער האט דערקלערט, אז דאס פוילישע נייע געזעץ, וועלכע זוכט איינצוצוימען דיסקוסיעס איבער'ן האלאקאוסט, איז נישט אויסגעהאלטן לויט דער קאנסטיטוציע. דעם אטוירני דזשענעראל'ס מיינונג האט נישט קיין שום פאקטישן אימפאקט אויפ'ן געזעץ, וויבאלד עס איז יעצט אונטער'ן איבערזיכט פונעם העכסטן געריכט אין לאנד, אבער פארט איז עס א קלאפ פאר די פארטיידיגער פונעם קאנטראווערסיאלן געזעץ, און עס קען אויך באאיינפלוסן דאס העכסטע געריכט, אז זיי זאלן אורטיילן אז דאס געזעץ איז אומאויסגעהאלטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל