ניו יארק – א שווערער שניי בליזארד האט זיך נעכטן אראפגעלאזט אויפן צפון-מזרח ראיאן פון די פאראייניגטע שטאטן, האמערנדיג עטליכע סטעיטס מיט נאכאנאנדע שניי, שטארקע פרעסטן און גאר ווילדע ווינטן, ברענגענדיג אזויפיל ווי 21 אינטשעס שניי אין עטליכע געגנטער.

דער שטורעם האט בעיקר שטארק באטראפן דעם "ניו ענגלאנד" ראיאן, וועלכע נעמט אריין זעקס סטעיטס, מעין, ווערמאנט, ניו העמפשיר, מאסעטשוסעטס, ראוד איילאנד און קאנעטיקוט. אין די סטעיטס איז די שניי געפאלן אזוי שנעל ווי 6 אינטשעס פער האלבע שטונדע, מיט ווינטן נאענט צו 80 מייל פער שטונדע.

אין ניו יארק איז אויך געפאלן א שטארקע שניי, אבער בעיקר האט עס באטראפן דעם אפסטעיט ראיאן, אריינגערעכנט קרית יואל, וואו עס איז געפאלן מער ווי איין פוס שניי. אלס רעזולטאט זענען די מוסדות התורה געווען טיילווייז אפגעשפארט נעכטן, און מ'האט געהערט פון פילע צוזאמשטויסן, אבער קיין ערנסטע.

עס זענען געווען איבער'ן לאנד אזויפיל ווי דריי טויזנט אפגעשאפענע פלי–רייזעס, און נאענט צו צען טויזנט אפגעשטופטע פלי רייזעס, אלס רעזולטאט פונעם בליזארד, און מען דערווארט צו הערן פון פרישע צענדליגער טויזנטער אמעריקאנער וועלכע האבן פארלוירן די עלעקטעריציטעט צוליב געפאלענע שטאנגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל