פאריז – דער פראנצויזישער פרעזידענט עמאניועל מאקרון האט נעכטן זיך באטייליגט ביי דער לוי' פון די אידישע האלאקאוסט איבערלעבערין, מרת מירל קנאל הי"ד, וועלכע איז ברוטאל דערמארדעט געווארן אין א פייער און שטעכעריי אטאקע דורך א מוסולמענער שכן.

די באטייליגונג פון מאקרון ביי א אידישע לוי' איז געווען א זעלטענע אנטוויקלונג, און עס קומט צוליב וואס גאנץ פראנקרייך איז וואך מיט דער טרויעריגער און שאקירנדער געשיכטע פונעם מארד פון מרת קנאל הי"ד, ווען פילע זאגן אז דאס איז א סימפטאם פון דעם סיסטעמאטישן אנטיסעמיטיזם אין לאנד.

ביי דער לוי', האט מאקרון גערעדט געציילטע ווערטער, פארשפרעכנדיג אז ער וועט טאן וואס עס קען נאר, צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם, און ער האט באזונדער זיך באגריסט מיט אידישע פיגורן דארטן, און פערזענליך געטרייסט די פאמיליע און פריינט פון דער דערמארדעטער פרוי הי"ד.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל