מאסקווע – נעכטן האט זיך פארמערט די צאל לענדער איבער דער וועלט וועלכע האבן ארויסגעווארפן רוסישע דיפלאמאטן פון זייערע גרעניצן אלס רעאקציע צו דער פארפעסטיגונג פון א געוועזענעם רוסישן שפיאן אין ענגלאנד. אלעס אינאיינעם האלט עס ביי 26 לענדער, און אזויפיל ווי 150 ארויסגעווארפענע דיפלאמאטן, וואס די ליסטע פון לענדער נעמט אויך אריין אזעלכע וועלכע זענען געווענליך פריינטליך מיט רוסלאנד, א שטייגער ווי אונגארן און איטאליע. באזונדער האט מען געהערט אז בולגאריע האט אהיימגערופן איר אמבאסאדאר פון מאסקווע, און אויך האט דער פרעזידענט פון סלאוואקיי אנגעפרעגט ביי זיין אויסערן מיניסטעריום, צו פארשטיין פארוואס זיין לאנד האט זיך נאכנישט אנגעשלאסן אין דער גלאבאלער באוועגונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל