פלארידע – נעכטן האבן טויזנטער שולע סטודענטן לענגאויס אמעריקע, זיך אויפגעהויבן אינמיטן קלאס און ארויסשפאצירט אויף די גאסן, דורכפירנדיג מארשן און פראטעסטן, צו לייגן דרוק אויף קאנגרעס אז זיי זאלן באשטעטיגן גאן קאנטראל געזעצן און שולע זיכערהייט געזעצן, אין שאטן פון דער שרעקליכער פארקלענד פלארידע שיסעריי, ביי וועלכע זיבעצן זענען אומגעקומען. די ארויסשפאציר-פראטעסטן זענען אפגעהאלטן געווארן אין העכער צען סטעיטס, אריינגערעכנט נארט קאראליינע, מישיגען, ניו דזשערסי, פלארידע, אינדיאנא און קאנעטיקוט, און עס איז פארגעקומען גענוי צען טאג איידער עס ווערט פלאנירט א מאסן מארש פון הונדערטער טויזנטער באטייליגטע, אום מערץ 24 אין וואשינגטאן די-סי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל