ניו יארק – די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט האט זיך נעכטן געאיילט צו א לאנג איילענד גאזאלין סטאנציע, נאכדעם וואס ארטיגע איינקויפער האבן אריינגערופן מיט טויט שרעק, אז זיי זעען א באמבע ליגן אויף דער ערד און עס גייט אין יעדער ליאדער מינוט אויפרייסן. ווי די פאליציי זענען אראפגעקומען מיט ספעציעלע "באמבע סקוואד" אפיצירן און מאשינען וועלכע ווערן גענוצט אומשעדליך צו מאכן באמבעס, האבן זיי באלד געזען אז די שרעק איז איבער א "פרעשור קוקער", וואס האט אויפגעברענגט קאשמארן פון דער באסטאן מאראטאן באמבארדירונג און די טשעלסי-מאנהעטן באמבע. למעשה, נאכ'ן אונטערזוכן דעם פרעשור קוקער מיט א ספעציעלן "עקסרעי" מאשין, האט זיך ארויסגעשטעלט אז אינעווייניג ליגן אומשולדיגע לאקשן און טאמאטע זאפט...

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל