טעקסאס – דער מצב אין אוסטין, טעקסאס איז ווייטער גאר אנגעצויגן, נאכדעם וואס דער "סעריע באמבארדירער" האט אפגעשיקט א פינפטע באמבע, וועלכע האט דאסמאל אויפגעריסן נאך איידער עס איז אנגעקומען צום געצילטן אדרעס. דער אויפרייס האט פאסירט דינסטאג פארטאגס אין א "פעדעקס" צענטער אין שערטז, א שטעטל בערך אכציג מייל ווייט פון טעקסאס, בשעת דאס פעקל האט זיך גערוקט אויף די ספעציעלע פּאסיקעס אינעם צענטער, ווערנדיג צוגעגרייט פאר דעליווערי. איין ארבעטער איז לייכט פארוואונדעט געווארן פונעם אויפרייס, און די עף-בי-איי האט געזאגט אז זיי פארדעכטיגן אז דאס איז פארבינדן מיט די פריערדיגע פיר אויפרייסן אין אוסטין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל