אין די היץ פון די אנגייענדע אויספארשונג איבער די טויט פונעם געוועזענער רוסישער שפיאן סערגעי סקריפעל האט די פאליציי געעפנט נאך אן אויספארשונג איבער די מיסטעריעזע טויט פון א רוסישער אליגראך וועלכער איז אנטלאפן פון רוסלאנד און זיך אויפגעהאלטן אין לאנדאן און איז היינט געפונען געווארן אין זיין וואוינונג אן קיין צייכנס פון לעבן.

פאליציי האט גענוצט געמאסטענע ווערטער ביים מעלדן איבער די אויספארשונג ארום די טויט פון ניקאלעי גלושקאוו, דער געוועזענער דעפיוטי פארזיצער פון די רוסישע לופטליניע ״עראפלאט״ און האבן געזאגט אז דערווייל ווייסן זיי נישט צו אנגעבן די אורזאך פון זיין טויט, און אלע מעגליכקייטן ווערן אויסגעפארשט, אבער האבן גלייכצייטיג געזאגט אז דערווייל זענען נישטא קיין באווייזן אז ער איז ערמארדעט געווארן.

מיט עטליכע יאר צוריק האט די בריטישע רעגירונג זיך אפגעזאגט פון אויסליפערן גלושקאוו קיין רוסלאנד ווי ער איז אויסגעשטאנען קלאגעס איבער שווינדל, גלושקאוו איז געווען נאנט באפריינדעט מיט אלעקסנאדער ליטווינקא וועלכער איז אומגעברענגט געווארן דורך די רוסן אין לאנדאן אין 2006.

אזוי אויך איז ער געווען זייער אויסגעשפראכן מיט זיין באהויפטונג אז זיין פריינט דער אליגראך באריס בערעזאווקסי איז אומגעברענגט געווארן דורך די רוסן, נאכדעם וואס די לאנדאנער פאליציי האט באשטעטיגט אז דאס איז געווען א זעלבסמארד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל