וויען – א געשיכטע אין עסטרייך האט ארויסגערופן בייז וואונדער ביי אקטיוויסטן איבער דער וועלט, ווען אן עסטרייכישער בירגער איז אויסגעשטאנען א געלט שטראף פאר'ן באליידיגן פאליציי אפיצירן. די רעדע איז פון א מאן וועלכער האט געשריבן אויף סאציאלע מידיא קעגן דעם וואס די פאליציי לאקערן אויף טראפיק פארלעצער, און ער האט געשריבן א נאטיץ אז "צוויי קליינע מענטשעלעך שטייען מיט ראדארן" אויף א לאקאלע הייוועי. א פאליציי אפיציר האט געזען דעם סאציאלן מידיא נאטיץ, האט ער באריכטעט יענעם מאן צו די פאליציי, וועלכע האבן אפגעשיקט אויף דער פאסט א טיקעט פון 160 יורא פאר יענעם, שרייבנדיג אז ער האט "פארשעמט אפיצירן און זיך אויפגעפירט אומאיידל". אקטיוויסטן פארפירן אז דאס איז געהעריגע אונטערדרוקונג פון "פרייהייט פון אויסדרוק".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל