וואשינגטאן – א באריכט אינעם "אינטערסעפט" דעקט אויף, אז דער סאודי אראביע קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן, וועלכער געפינט זיך די טעג אויף א באזוך אין וואשינגטאן די-סי, האט זיך געגרויסט פאר ארומיגע אז ער האט דזשעראד קושנער, פרעזידענט טראמפ'ס איידעם און ראטגעבער, ביי זיך אין טאש. בין סאלמאן'ס גרויסהאלטערישקייט איז געקומען נאכדעם וואס קושנער האט דיסקוסירט אמעריקאנער קלאסיפייד שפיאנאזש סודות, וועלכע זענען געשטאנען אויסגערעכנט אין פרעזידענט טראמפ'ס "טעגליכע בריפינג", מיט בין סאלמאן, טראץ'ן נישט זיין אויטאריזירט ארויסצוגעבן די אינפארמאציע פאר אים. צווישן די זאכן וואס קושנער האט אים דערציילט, איז געווען א ליסטע פון סאודיער מלוכה פאמיליע מיטגלידער, וועלכע גלייכן נישט דעם קרוין פרינץ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל