דער פרעזידענט איז געקומען אונטער קריטיק פון מערערע ריכטונגען, נאך דעם וואס ס'איז ארויסגערינען צו דער פרעסע אז דער פרעזידענט האט זיך פארבינדן מיט פוטין אים צו גראטולירן אויף זיין געווינס, קעגן דער אנווייזונג פון זיינע ראטגעבערס.

וולאדימיר פוטין האט געוואונען א פרישן טערמין אלס פרעזידענט פון רוסלאנד, נאך דעם וואס זיין גרעסטער אפאנענט איז פארבאטן געווארן צו לויפן.

צווישן אנדערע האט דזשאן מעקעין קריטיקירט דעם פרעזידענט,  זאגנדיג אז "אן אמעריקאנער פרעזידענט קען נישט פירן די פרייע וועלט דורכ'ן גראטולירן דיקטאטארס אויפ'ן געוואונען פאלשע וואלן."

א צאל מערב-וועלט פירערס האבן איגנארירט דעם פוטין-געווינס, אין אנבליק פון די אנגעצויגענע באציאונגען מיט רוסלאנד צוליב דער גיפט-אטאקע וואס רוסישע אגענטן האבן אנגעבליך דורכגעפירט אויף א געוועזענעם רוסישן שפיאן אין ענגלאנד.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל