בערלין – דער געוועזענער פירער פונעם קאטאלאניע ראיאן אין שפאניע, קארלאס פוזשעמאנט, איז ארעסטירט געווארן די וואך זונטאג אין דייטשלאנד, פינף מאנאטן נאכדעם וואס ער איז אנטלאפן פון שפאניע און געגאנגען גלות ליידן, מיט'ן ציל אויסצומיידן ארעסט. אויב וועט ער אויסגעליפערט ווערן פון דייטשלאנד קיין שפאניע, דערווארט אים א מאקסימום פון 25 יאר טורמע, צוליב וואס ער האט געהאלפן ארגאניזירן א מאסיווע באוועגונג און רעפערענדום וועלכע האט געצילט אפצורייסן קאטאלאניע פון שפאניע און זיך דערקלערן אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד. דייטשע מידיא האט באריכטעט, אז שפאניער שפיאנאזש אגענטן, וועלכע האבן נאכגעפאלגט יעדע באוועגונג פון פוזשעמאנט אין די לעצטע וואכן, האבן אינפארמירט די דייטשע פאליציי איבער וואו פוזשעמאנט געפינט זיך, און אזוי ארום האבן זיי געמאכט דעם סוקסעספולן ארעסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל