פרעזידענט טראמפ האט אין די לעצטע טעג געעפנט א טוויטער בליץ קריג קעגן די מאסיווע ריטעיל ריז ״עמעזאן״ און זיי באשולדיגט אז זיי ברענגען שאדן פאר די אמעריקאנער עקאנאמיע, סיי דורך דעם וואס דורך זיי דרייען זיך פילע ארויס פון צאלן לאקאלע און סטעיט שטייערן, און אזוי אויך איבער דעם וואס זיי ברענגען אנגעבליך שאדנס פאר די פעדעראלע פאסט אגענטור מיט וועמענס סערוויסעס זיי באנוצן זיך.

טראמפ פירט שוין א לענגערע צייט א מערכה מיט ״עמעזאן״ וואס ער האט פיינט צוליב דעם וואס עס באלאנגט צו דשעף בעזאס וועלכער איז אויך דער אייגענטומער פון די ״וואשינגטאן פאוסט״ א צייטונג וואס דער פרעזידענט באטראכט אלס זיין געשוואוירענע פיינט. דער פרעזידענט האט פילע מאל באצייכנט די פירמע אלס ״אמאזאן-וואשינגטאן פאוסט״ טראץ וואס די צוויי פירמעס האבן נישט קיין פארבינדונג אויסער דעם וואס ביידע געהערן צום זעלבן אייגענטומער.

דער פרעזידענטס אטאקעס ברענגען אראפ די ווערט פון ״עמעזאן״ אויפ׳ן סטאק מארקעט, און ווי עס שיינט זוכט דער פרעזידענט דאס צו טון אלס א סטראשע טאקטיק קעגן די ״וואשינגטאן פאוסט״. און זעלבסשטענדיגע ביזנעס עקספערטן זאגן אויך אז זיינע אטאקעס זענען גענצליך אומבאגרינדעט.

עמעזאן האט אנגעצייגט אז דער פרעזידעטס אטאקעס זענען באזיסלאז, און אז פאקטיש ראטעווען זיי די פאסט פעקעדש סערוויס פון טאטאלע באנקראט און זיי זענען זייער בעסטע קליענט. זיי טוען פאקטיש צוזאמנעמען לאקאלע און סטעיט שטייערן אין 45 שטאַטן איבער אמעריקע, און זיי שטיצן געזעצן וועלכע זאל גרינגער מאכן פאר די לאקאלע אויטאריטעטן צו צוזאמנעמען שטייערן אויף עמעזאן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל