ארנא בעלטראם, דער פראנצויזישער זעלנער וועלכער האט זיך פרייוויליג אנגעטראגן צו איבערנעמען דאס פלאץ פון איינע פון די משכונות אינעם טעראר אטאקע דעם פרייטאג, איז אומגעקומען שבת פון די וואונדן אין שפיטאל, נאכ׳ן דערשאסן ווערן אין לויף פון די שטורמונג פון די גראסערי ווי דער טעראריסט האט געהאלטן די משכונות פארכאפט.

בעלטראם איז אריינגעגאנגען אומבאוואפנט אינעם סופערמארקעט נאכדעם וואס איינע פון די משכונות איז שווער פארוואונדעט געווארן, און האט אנגעטראגן פאר׳ן טעראריסט צו לאזן אפפירן די פארוואונדעטע אין שפיטאל און אים נעמען אלס משכון אנשטאט, ער האט דערביי געהאלטן אפן זיין טעלעפאן אין טאש אז די פאליציי זאל קענען מיטהאלטן וואס טוט זיך אינעווייניג.

מיט די טויט פונעם זעלנער איז די צאל אומגעקומענע אין די אייסיס אינספירירטע אטאקע ארויף צו 4, דער פראנצוישער פרעזידענט האט אים דערקלערט א נאציאנאלע העלד פאר זיין בראווע אקט אויף וועלכע ער האט באצאלט מיט׳ן לעבן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל