סינגאפור – די "אובער" טעכנאלאגישע קאר סערוויס פירמע האט געמאלדן, אז זי וועט פארקויפן אירע ביזנעס אקטיוויטעטן אינעם דרום-מזרח אזיע ראיאן, צו איר קאנקורענט "גרעב". דאס וועט זיין דאס צווייטע מאל וואס אובער ציט זיך צוריק פון מאכן ביזנעס אינעם ראיאן. דער דרום-מזרח אזיע ראיאן נעמט אריין אין זיך אינדאנעזיע, וויעטנאם, טיילאנד, מאלאזיע, סינגאפור, פיליפינען און קעמבאדיע, צווישן אנדערן, און דערווייל האט אובער נישט געהאט קיין סוקסעס אינעם ראיאן, טיילווייז צוליב איר דערמאנטן קאנקורענט. אובער בכלל האט אין יאר 17' פארלוירן 4.5 ביליאן דאלאר פון איר ווערד, שטייענדיג נאך א כוואליע פון סקאנדאלן וועלכע האט זיך געענדיגט מיט דעם וואס דער גרינדער און עקזעקוטיוו טרעוויס קאלאניק האט אפגעטרעטן פון דער פירמע. דער פארקויף פאר "גרעב", וועט ארייננעמען א 30 פראצענט שותפות פאר "אובער" אין די פארדינסטן פון די צוזאמגעשטעלטע פירמע, אויב דער דיעל קומט טאקע צושטאנד.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל