וואשינגטאן – א גרונטליכע אויספארשונג דורכגעפירט דורך "פאליטיקא" צייגט, אז די טראמפ אדמיניסטראציע, און בכלל די פעדעראלע רעגירונג, האט דיסקרימינירט קעגן דער אמעריקאנער טעריטאריע פארטא ריקא. די באשולדיגונג קומט פון דעם וואס מען האט פארגליכן די רעאקציע פון דער פעדעראלער רעגירונג נאכדעם וואס טעקסאס איז באטראפן געווארן פון האריקעין הארווי, צו דער רעאקציע פון דער פעדעראלער רעגירונג עטליכע וואכן שפעטער, ווען פארטא ריקא איז באטראפן געווארן פון האריקעין מאריא. צווישן די פאקטן: ס'האט געדויערט ווייניגער ווי א וואך צו שיקן 73 העליקאפטערס העכער יוסטאן, אבער גאנצע דריי וואכן בעפאר העליקאפטערס זענען אפגעשיקט געווארן קיין יוסטאן, טעקסאס. אויך איז גלייך באשטעטיגט געווארן 141.8 מיליאן דאלאר פאר טעקסאס נאך הארווי, און בלויז 6.2 מיליאן דאלאר פאר פארטא ריקא נאך מאריא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל