אפווארפנדיג די בקשות פון זיינע אדוואקאטן, האט א ניו יארקער ריכטער אנטזאגט ארויסצואווארפן די קלאגעס קעגן דעם געוועזענעם אסעמבלי ספיקער, שעלדאן סילווער.

סילווער איז אין 15' געפונען געווארן שולדיג אויף קארופציע קלאגעס און פאראורטיילט געווארן צו צוועלף יאר תפיסה.

אן אפעלאט געריכט האט אין יולי פון פאריגן יאר אנידערגעשטימט דעם אורטייל, און די סילווער-אדוואקאטן האבן דאן אריינגעגעבן א ביטע צום געריכט, אז די קלאגעס זאלן ארויסגעווארפן ווערן אנשטאט איבערמאכן א פרישן פראצעס.

דער געוועזענער ספיקער וועט פריש פאראורטיילט ווערן דעם קומענדיגן אפריל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל