מאסקווע – א פרישע אנגעצויגנקייט און אומרואיגקייט איז אנטשטאנען אין אייראפע, ווען די רוסישע רעגירונג'ס "גאזפּראם" פירמע האט געלאזט הערן, אז זי וועט מעגליך אפהאקן אלע אירע גאז סופליי קאנטראקטן מיט אוקראינע. רוסלאנד און אוקראינע שלאגן זיך שוין א לענגערע צייט ארום איבער די רוסישע גאז סופליי קיין אוקראינע, וואס דער געפעכט שטאמט אויך פונעם פאקט אז אן אוקראינישע רעוואלוציע האט ארויסגעווארפן די פרא-רוסישע רעגירונג פון מאכט אין אוקראינע מיט עטליכע יאר צוריק. די אוקראינישע רעגירונג גיט זיך שווער אן עצה צו ערזעצן רוסישע גאז סופליי, וועלכע איז געצוימט געווארן אין די לעצטערע יארן, אבער בעיקר איז דער זארג פאר אנדערע אייראפעאישע לענדער, וועלכע באקומען רוסישע גאז סופליי דורך פייפליינס וואס לויפן צום ערשט קיין אוקראינע. רוסלאנד זאגט אבער אז אפגעזען וואס איר שריט וועט זיין לגבי אוקראינע, וועט זי ווייטער לאזן פליסן גאז צו אנדערע אייראפעאישע לענדער.
הוסף רשומת תגובה