א ספעציעלער קאמיסיאנער וואס איז אויפגענומען געווארן דורך דער שטאט כדי צו אנטשיידן וועגן פארמאכן די רייקערס איילאנד תפיסה און אריבערפירן די ארעסטאנטן צו אנדערע טורמעס איבער דער שטאט זאגט, אז דער שריט וועט נישט אפשטעלן די קולטור פון הפקרות און גוואלדטאטן וואס פלאגט רייקערס.

"כ'וועל עס זאגן אין זייער קלארע ווערטער: אלע פראבלעמען וואס פלאגן רייקערס, טרעפן זיך פונקט אזוי -- אויב נישט מער -- אין אנדערע שטאטישע טורמעס," האט מארק פיטערס דערקלערט דורכאויס א סיטי קאנסיל פארהער.

די אסיפה איז געקומען אין אנבליק פון מעיאר דעבלאזיא'ס פלאן, צו פארמאכן די רייקערס איילאנד תפיסות און אריבערפירן די ניין-טויזנט ארעסטאנטן אין דריי אנדערע טורמעס.

ווי פיטערס זאגט, איז די קולטור פון הפקרות און געזעצלאזיגקייט נישט קיין עקסקלוסיווע רייקערס איילאנד פענאמען, נאר איז גאנגבאר אין די אנדערע שטאטישע טורמעס -- אלע פון וועלכע נויטיגן זיך אין יסודות'דיגע רעפארמען.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל