פוילן – א געוועזענער פוילישער פאליטישאן, וועלכער איז דער פאטער פונעם אמטירנדן פוילישן פרעמיער מיניסטער, ווערט שארף אראפגעריסן, נאכדעם וואס ער האט געלאזט פאלן א גאר אנטיסעמיטישע טעאריע איבער די געטאס, וואס זענען אוועקגעשטעלט געווארן אין פוילן דורך די נאציס ביים צווייטן וועלט קריג. קארנעל מאראוויצקי, א געוועזענער סענאטאר און פאטער פון פרעמיער מיניסטער מאטעאס מאראוויצקי, זאגט אז ווען די דייטשן האבן אוועקגעשטעלט די געטאס, זענען די אידן געווען זייער פרייליך, און זיי זענען הארצן גערן אריינגעגאנגען אין די געטאס, ווייל זיי האבן נישט געוואלט וואוינען אינאיינעם מיט די פאלאקן. זיינע קאמענטארן קומען אין א צייט וואס פוילן ווערט באשולדיגט, פון אלע דירעקציעס, אין ארויסהעלפן אנטיסעמיטן מיט זייער לעצטיגן האלאקאוסט געזעץ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל