דער ציון פון שמואל הנביא, וואס געפינט זיך אין ירושלים ארום די געגנטן פון 'רמות' און 'גבעת זאב', איז א פארהייליגט פלאץ אויך ביי להבדיל די מוסולמענער, וועלכע האבן אויפגעשטעלט א מאסק דערנעבן, אבער יעצט וויל א גרופע טערקן איבערנעמען דעם בעלות אויפ'ן פלאץ.

אידן וואס קומען צום ציון פון שמואל הנביא באקלאגן זיך שוין לאנג אויף פראבלעמען וואס מוסולמענער, א גרויס חלק פון זיי פון טערקיי, מאכן אן פאר די אידישע מתפללים, אבער אין דער לעצטער תקופה האט דער מצב זיך פארערגערט און די פרעמדע געסט פרובירן איבערנעמען אויך דעם חלק וואס איז געווידמעט פאר אידישע באזוכערס צום ציון הקדוש.

אינעם לעצטן אינצידענט, איז א גרופע מוסולמענער פון טערקיי, אין שפיץ פון זייערס א גייסטליכן וועלכער איז א בארימטער העצער קעגן אידן, אריינגעקומען אינעם היכל פונעם ציון אינמיטן מנחה און אנגעהויבן פרעפלען אויפ'ן קול און שטערן די אנוועזנדע מתפללים און לומדים.

דער אפיציעלער אויפזעער וואס גיט זיך אפ מיט'ן ציון הקדוש און דאס פלאץ ארום ווייזט אן, אז די טערקישע שיקאנירונגען האבן זיך אנגעהויבן ארום דער זעלבער צייט וואס דער טערקישער פרעזידענט, עדראגאן, האט אנגעהויבן רעדן וועגן "צוריק נעמען ירושלים און דעם הר הבית" מיט עטליכע חדשים צוריק. דער פאקט וואס עדראגאן שטייט אין גאר נאענטע באציאונגען מיט יענעם גייסטליכן ברענגט ארויף זארג, אז דער קאמפיין ווערט אומאפיציעל געשטיצט דורך דעם פירער פון טערקיי.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל