דאס ווייסע הויז און פרעזידענט טראמפ זענען אנטשלאסן צו פארמיידן אין די לעצטע מינוט די מאמענטום פון א דעמאקראטישע קאנדידאט וועלכע שטייט לויט אנקעטעס מיט עטליכע פונקטן העכער פונעם אמטירנדן רעפובליקאנער קאנגרעסמאן אין א דיסטריקט וועלכע פרעזידענט טראמפ האט געווינען אין 2016 מיט א אויבערהאנט פון איבער 20 פונקטן.
די אדמינסטראציע וויל נישט אז עס זאל זיך איבערשפילן וואס מען האט געזען אין די לעצטע חדשים אין עטליכע פעלער אז דעמאקראטן געווינען אין שטארק רעפובליקאנער געגענטער צוליב אן אנטוישונג מיט פרעזידענט טראמפ און זיינע פאליסיס.
די רעדע איז פון א דיסטריקט אין צפון פענסילוועניע וואס די רעפובליקאנער האבן אייביג געהאט א שטארקע אויבערהאנט, אזש די דעמאקראטן האבן מיטאמאל ארויסגעשטעלט דארט א קאנדידאט אין די פארלאפענע וואלן. און אצינד האט דער דעמאקראט קאנאר לעמב א שטיקל אויבערהאנט און געניסט פון די שטיצע פון די ״יוניאן אף סטיל וואורקערס״ וועלכע פארמאגט 180,000 מיטגלידער אינעם דיסטריקט.
דער פרעזידענט וועט דארט אפהאלטן א ראלי און ארויסהייבן זיין נייע שטייער וואס ער האט ארויפגעלייגט אויף אימפארט פון שטאל און אלומיניום, א זאך וואס קען העלפן פאר׳ן רעפובליקאנער קאנדידאט אין א דיסטריקט וועלכע איז שטארק אנגעוויזן אויף די לאקאלע מעטאל אינדוסטרי.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה