אובער האט געמאלדן אז דערווייל האבן זיי אפגעשטעלט אלע זייערע פראבעס מיט די דרייווערלאזע קארס אין אמעריקע ביז זי פארפולקאמט א גרונטליכע אויספארשונג איבער א פאטאלע עקסידענט וואס איז פארגעקומען די וואך ווען א 49 יעריגע פרוי איז אומגעקומען אין קאליפארניע נאכדעם וואס א אויטאמאטישע קאר האט איר אראפגעהאקט ווען זי איז געפארן אויף איר ביציקל.

אובער האט פארעפנטליכט א ווידיאו אין וועלכע מען זעט די מאמענט פון די עקסידענט, ווי עס שיינט איז די פרוי אריבער אינמיטן די גאס, אבער די פאקט אז די אויטאמאטישע סיסטעם האט איר נישט אויפגעכאפט שטעלט דעם גאנצן פראגראם אונטער א פראגע צייכן. און אובער וועט פון פריש אנאליזירן אירע טעכנאלאגיע פאר זי שטעלט צוריק ארויף אירע אויטאנאמישע קארס אויף די שאסייען.

דאס איז די צווייטע פאטאליטעט פון אויטאנאמישע קארס, מיט א יאר צוריק איז איינער אומגעקומען פון א עקסידענט מיט א אויטאמאטישע קאר פון טעסלא. אבער פארט ווערן נאך אויטאנאמישע קארס באטראכט אלס מער זיכער, און זיי ווערן פארבעסערן יעדן טאג וואס זיי געפונען זיך אויף די שאסייען פאר פראבעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל