א מאסיווע און ברוטאלע אפעראציע וואס די אסאד רעזשים האט אונטערגענומען אין די לעצטע וואכן הייבט אן ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאטן פאר אסאד, די אפעראציע אין מזרח גאטהע, א ראיאן וואס גרעניצט זיך מיט דמשק איז קריטיש וויכטיג פאר אסאד צו באפעסטיגן די קאנטראל פון זיין רעזשים אין די פראווינץ פון דמשק און איזאלירן די רעבעלן צו די דרויסנדיגע חלקים פון סיריע.

נאך עטליכע וואכן פון נאכאנאנדיגע באמבאדירונגען וואס האט געקאסט באלד 2000 לעבנס האבן ארום 2000 רעבעלן האבן היינט אנגענומען די אנבאט פון די אסאד רעשים צו אראפלייגן די געווער און פארלאזן דעם געגענט, זיי וועלן ערלויבט ווערן צו פארלאזן צו אנדערע רעבעלן קאנטראלירטע געגענטער.

דאס איז אויסער נאך ארום 6,000 וואס האבן שוין פארלאזט די שטאט דומא נעבן דמשק ווי די אסאד רעזשים האט שוין כמעט גענצליך איבערגענומען קאנטראל. די ביידע זיגן זענען גאר וויכטיג פאר אסאד און עס צייכנט אפ א קלארע געווינס פאר אסאד אין די לאנג פארצויגענע ברודער קריג אין סיריע. עס ווערט באצייכנט אלס זיין גרעסטע געווינס זינט ער האט איינגענומען אלעפא אין 2016.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל