לאנדאן – די פירער פונעם אידישן האלאקאוסט מוזעאום אין קעמדען, לאנדאן זאגן, אז זייערע אידישע ארבעטער האבן אין די לעצטע טעג באקומען סטראשע אימעילס פון נאציאנאליסטן פון פוילן. פרוי אביגיל זאגט אז זי און דריי אנדערע אידישע איינגעשטעלטע האבן באקומען די אימעילס, וואס האבן אנגעהויבן אנצוקומען אינעם טאג וואס פוילן האט באשטעטיגט דאס נייע האלאקאוסט געזעץ, אבער נישט-אידישע איינגעשטעלטע האבן נישט באקומען די סטראשע אימעילס. פרוי אביגיל ברענגט ארויס אז איר נאמען איז באקאנט אין פובליק, וויבאלד זי האט זיך געפונען אין פוילן מיט עטליכע וואכן צוריק, פאר אן אויסשטעל פונעם קעמדען האלאקאוסט מוזעאום, אבער זי איז באזארגט וויאזוי די נאציאנאליסטישע אנטיסעמיטן האבן באוויזן צו אידענטיפיצירן אנדערע מוזעאום איינגעשטעלטע אלס אידן.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל