מאנהעטן – א ניו יארק סיטי טראנזיט איינגעשטעלטער איז נעכטן געשטארבן נאכ'ן אראפפאלן. די עם-טי-עי באאמטע האבן געזאגט אז דער ארבעטער איז געפאלן צוואנציג פיס, און זיך שטארק צעקלאפט דעם קאפ, בשעת'ן זאמלען ברוכווארג ביי די 125'סטע סטריט און אמסטערדאם עוועניו אין איסט הארלעם, פירנדיג צו א מאסיווע רעאקציע פון עמורדזשענסי אגענטורן, וועלכע האבן בלאקירט פילע גאסן ארום, און עטליכע סאבוועי סטאנציעס האבן געליטן ערנסטע פארשפעטיגונגען אין זייערע סקעדזשועלס אלס רעזולטאט פונעם פאטאלן אינצידענט. עם-טי-עי פרעזידענט ענדי בייפארד האט געזאגט, אז דער ארבעטער איז געווען איינגעשטעלט אין דער אגענטור בלויז די לעצטע זעקס מאנאטן, און אן אויספארשונג איז אונטערגענומען געווארן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל