וואשינגטאן – פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נעכטן אונטערגעשריבן א פארארדענונג, וועלכע בלאקירט אין אמעריקע דעם באנוץ פון דער אינטערנעט-וואלוטע, בעסער באקאנט אלס "קריפטא-וואלוטע", וואס די ווענעזועלער רעגירונג האט אנטוויקלט מיט עטליכע וואכן צוריק. דער פלאן פונעם ווענעזועלער פירער ניקאלעס מאדוראו מיט'ן ארויסשטעלן די נייע אייגענע קריפטא-וואלוטע, איז געווען ארויסצוהעלפן די ארטיגע געפלאגטע עקאנאמיע, און באזונדער אויסצוקרויזן אמעריקאנער סאנקציעס, וויבאלד האנדלערייען מיט קריפטא-וואלוטע איז עפעס וואס קען נישט נאכגעקוקט ווערן געהעריג. למעשה האט יעצט טראמפ אונטערגעשריבן א פארארדענונג, וועלכע וועט בלאקירן סיי וועלכע טראנזאקציעס פון דער ווענעזועלער קריפטא-וואלוטע, וועלכע שטעלט א פיסל אונטער מאדוראו'ס גאנצער פלאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל