וואשינגטאן – א גרופע געזונטהייט ארגאניזאציעס און דאקטוירים, האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן דער פעדעראלער עסנווארג און מעדיצין אדמיניסטראציע, איבער דעם וואס די אדמיניסטראציע האט אפגעשטופט איר איבערזיכט און אויספארשונג אויף עלעקטראנישע ציגארעטלעך, וועלכע זענען א שטייגנדיגע זארג ביי עלטערן און דאקטוירים, צוליב וואס גאר יונגע קינדער כאפן זיך צו צום עלעקטראנישן ציגארעטל, און די עלטערן ווילן וויסן צי דאס איז געזונט אדער גענוי אזוי שעדליך ווי געווענליכע ציגארעטלעך. סקאט גאטליעב, דער פארזיצער פון דער עסנווארג און מעדיצין אדמיניסטראציע, האט געשריבן נעכטן אז זיין אדמיניסטראציע פירט א גרונטליכע אויספארשונג איבער'ן געפאר פון ניקאטין בכלל, און א באריכט וועט ארויסגעגעבן ווערן אין די קומענדיגע טעג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל