קווינס – א געוועזענער ניו יארק סיטי פאליציי אפיציר איז נעכטן פאראורטיילט געווארן צו איבער פערצן יאר טורמע, איבער דעם וואס ער האט געהאלפן א גרופע באנדיטן ארויסצווינגען געלטער פון ביזנעס אייגנטימער אין קווינס. דער געוועזענער אפיציר איז בעסניק לאקאטורא, וועם פראקורארן האבן באשולדיגט, אז בשעת ער איז געווען אן אקטיווער פאליציי אפיציר אין יאר 13' אין סטעטן איילענד, האבן אים א גרופע קרימינאלע פארשוינען גענוצט ארויסצוהעלפן מיט'ן אנשרעקן לאקאלע ביזנעסלייט אין קווינס, אז אויב זיי וועלן נישט באצאלן פאר דער גרופע א מאנאטליכע סומע געלט, וועלן זיי ליידן ערנסטע צרות – ענליך צו טרויעריג-בארימטע מאפיא טאקטיקן. לאקאטורא האט אין יאר 15' זיך דערקלערט שולדיג אויף די קלאגעס קעגן אים.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל