א נייע ארגאניזאציע וואס איז געגרינדעט געווארן מיט'ן ציל פון פרעזערווירן דעם זכרון פון אידיש לעבן אין אייראפע האט פארעפנטליכט א מאפע מיט אלע שול-בנינים וואס זענען נאך פארבליבן איבער'ן קאנטינענט.

די מאפע פארמאגט 3,318 בית המדרש בנינים, כמעט א פערטל פון וועלכע דינען שוין היינט אנדערע צוועקן, אריינגערעכנט עטליכע גרעסערע שול-געביידעס אין פוילן וואס זענען פארוואנדלט געווארן אין שווים-באסיינען און אנדערע קאמערציעלע איינריכטונגען.

הארט פאר'ן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט מלחמה האבן איבער גאנץ אייראפע, אריינגערעכנט רוסלאנד, זיך געפונען ארום זיבעצן-טויזנט בתי מדרשים.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל