אלבאני – ניו יארק גאווערנאר ענדרו קאומאו האט געמאלדן, אז אן אויספארשונג איז אונטערגענומען געווארן אויף די זיבן גרעסטע יוטיליטי פירמעס לענגאויס די סטעיט, צו דערגיין וויאזוי זיי האבן זיך צוגעגרייט צו די לעצטע צוויי מאסיווע שניי שטורעמס וואס האבן פאסירט אין די לעצטע צוויי וואכן, און וויאזוי זיי האבן באהאנדלט די סיטואציע מיט די קורצשלוסן וועלכע האבן זיך געמאכט א דאנק די שטורעמס. גאווערנאר קאומאו זאגט אז רוב פון די קורצשלוסן זענען געווען אינעם "לאוער האדסאן וואלי" ראיאן און אין די צפון ניו יארק סובארב געגנטער, און צוויי יוטיליטי פירמעס ספעציפיש – "קאן עדיסאן" און "ען-וויי-עס-אי-דזשי" – זענען אראפגעריסן געווארן דורך לאקאלע אויטאריטעטן אין די באטראפענע געגנטער, פאר'ן פארנאכלעסיגן מיט דער ארבעט צוריקצושטעלן די עלעקטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל