אידישע וועטער באריכט


די וואלקענס זענען אריינגעקומען היינט נאכמיטאג און א לייכטע רעגן איז מעגליך איבערנאכט. אפסטעיט איז עס מעגליך אז אייז קען זיך מישן מיט די רעגן אין די פארטאג שעות. מיטוואך איז נאך פארהאן א מעגליכקייט פאר עטליכע שויערס, מערסטענס פארמיטאג. מיטוואך נאכט און מערסטענס דאנערשטאג בלייבט פארוואלקענט, אבער מער ווי עטליכע טראפן רעגן דא און דארט, זעהט נישט אויס צו זיין. דאנערשטאג נאכט ביז ערב יו״ט נאכמיטאג קומען צוריק די מעגליכקייטן פאר שויערס. מוצאי שבת און זונטאג צופרי איז נאכאמאל פארהאן א מעגליכקייט פאר א לייכטע שויער, אבער שפעטער צופרי קומט די זון ארויס. קעלטערע אבער זוניגע וועטער איז דערווייל פארגעזעהן פאר מאנטאג און דינסטאג, חול המועד.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט -🌧38
מיטוואך-🌧?50
נאכט-☁️47
דאנערשטאג-☁️58
ערב פסח-🌧/🌦62
א׳ פסח-🌤55
ב׳ פסח-🌦52
מאנטאג-🌤48
דינסטאג-🌤48

לעיקוואוד
היינט נאכט -🌧37
מיטוואך-🌧55
נאכט-☁️45
דאנערשטאג-🌧?57
ערב פסח-🌧59
א׳ פסח-🌤55
ב׳ פסח-🌦52
מאנטאג-🌤50
דינסטאג-🌤50

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט -🌧?⛷34
מיטוואך-🌧?50
נאכט-☁️40
דאנערשטאג-☁️55
ערב פסח-🌧/🌦58
א׳ פסח-🌤54
ב׳ פסח-🌦49
מאנטאג-🌤46
דינסטאג-🌤46

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט -🌧⬅️🌨32
מיטוואך-🌧?43
נאכט-☁️34
דאנערשטאג-🌧48
ערב פסח-🌧43
א׳ פסח-🌤46
ב׳ פסח-🌨?
מאנטאג-🌤39




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל