אידישע וועטער באריכט


זוניגע און קאלטע וועטער האט זיך באזעצט ביז דינסטאג; צוויי שטורמס וועלן דעמאלטס אדורכקומען. די וועטער מאדעלן לגבי די שטורם זענען אדורכגעגאנגען אפאר סווינגס אין די לעצטע פאר טעג. עס זעהט אויס ווי דער ערשטע מעגליכקייט פאר שניי, קומט פאר דינסטאג, דער שטורם בלייבט לויט אלע מאדעלן ווייט דרום פון ניו יארק, און וועט נאר ברענגען אפאר סלאשי אינטשעס פאר דרום ניו דזשערסי, אריינגערעכנט לעיקוואד. אין די שטאט וועט מער ווי אביסעל לייכטע שניי, אדער א געמיש. דער צווייטער - און מער אימעקטפולע - שטורם, איז פאר שפעטער מיטוואך און מיטוואך נאכט. דאס איז אויך נישט קלאר א גרויסער שטורם, אבער די מאדעלן קווענקלען זיך נאך, און דעריבער איז א גרעסערע שניי נאך גאנץ מעגליך. קאלטע און טרוקענע וועטער נעמט איבער צווישן די שטורמס. וואס איז ערשטוינענד, איז אז עס קומען נאך מעגליכקייטען פאר מער שניי אדער שטורמס, ארום שבת הגדול און איינס ארום דער ערשטען טאג פסח. וועט מען זיך היי יאהר זעצן צום סדר, מיט שטיוועל?


ניו יארק סיטי
היינט נאכט -🌛30
מאנטאג-🌤42
נאכט-🌛30
דינסטאג-❄️?💨37
מיטוואך-❄️?💨40
דאנערשטאג-🌤42
פרייטאג-🌤45
שבת-🌤45
זונטאג-❄️?42

לעיקוואוד
היינט נאכט -🌛25
מאנטאג-🌤44
נאכט-☁️32
דינסטאג-❄️?💨35
מיטוואך-❄️?☔️💨38
דאנערשטאג-🌤45
פרייטאג-🌤45
שבת-☁️☔️45
זונטאג-❄️?☔️42

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט -🌛☁️22
מאנטאג-🌤40
נאכט-🌛18
דינסטאג-☁️37
מיטוואך-❄️?35
דאנערשטאג-🌤40
פרייטאג-🌤42
שבת-🌤42
זונטאג-❄️?39

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט -🌛0
מאנטאג-🌤23
נאכט-🌛2
דינסטאג-🌤34
מיטוואך-🌤37
דאנערשטאג-🌤40
פרייטאג-🌤3)
שבת-🌤35




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל