אידישע וועטער באריכט


מיט אביסל זון צופרי אבער מער וואלקענעס נאכמיטאג, איז היינט געווען גאנץ שיין. א שוואכע קאלטע פראנט וועט אדורכקומען היינט נאכט און פרייטאג צופרי, וואס קען ברענגען וואלקענס און עטליכע שניי שויערס איבערנאכט אדער מארגן. פרייטאג צונאכטס, ווערט קלאר און קאלט. שבת און זונטאג, זעהן אויס צו זיין מערסטענס זוניג און קיהל.

זונטאג ביינאכט, קומט אדורך א דריטע פון א רייע שטורמס. די לעצטערע וועטער מאדעלן ווייזען אז דער שטורם וועט אדורכגיין ווייט צו אונזער סאוט און איסט, און וועט נישט ברענגען קיין גרויסע אימפעקטס פאר אונז, ספעציעל אפסטעיט ווי מען האט שוין מסתם געהאט גענוג שניי. מען קען נישט אינגאנצען איגנארירן די שטורם, אבער דערווייל זעהט אויס גוט.

יעדענפאלס, וועט דינסטאג ביז דאנערשטאג ווערן זוניג, אבער עס בלייבט גאנץ קיהל.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט -🌨?32
פרייטאג-🌦?44
פרייטאג צונאכטס-🌛30
שבת-🌤45
מוצאי שבת-🌛32
זונטאג-🌤45
מאנטאג-❄️?42
דינסטאג-🌤42
מיטוואך-🌤40
דאנערשטאג-🌤42

לעיקוואוד
היינט נאכט -☁️25
פרייטאג-🌦?44
פרייטאג צונאכטס-🌛28
שבת-🌤42
מוצאי שבת-🌛28
זונטאג-🌤45
מאנטאג-❄️?42
דינסטאג-🌤42
מיטוואך-🌤40
דאנערשטאג-🌤44

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט -🌨?24
פרייטאג-🌨?38
פרייטאג צונאכטס-☁️🌛25
שבת-🌤40
מוצאי שבת-🌛22
זונטאג-🌤42
מאנטאג-❄️?38
דינסטאג-🌤38
מיטוואך-🌤35
דאנערשטאג-🌤38

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט -❄️28
פרייטאג-🌨?34
פרייטאג צונאכטס-🌛25
שבת-🌤37
מוצאי שבת-☁️28
זונטאג-🌤39
מאנטאג-☁️37
דינסטאג-🌨?🌧36
מיטוואך-☁️36




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל