פרעזידענט טראמפ האט היינט אונטערגעשריבן א עקזעקיוטיווע דעקרעט וואס לייגט ארויף אימפארט שטייערן אויף כינעזער פראדוקטן אין די ווערט פון 50 ביליאן דאלער, דער פרעזידענט זאגט אז דאס קומט אלס שטראף צו דעם וואס כינע קאאפערירט נישט מיט אמעריקע איבער לעגאלע רעכטן פון ערפינדונגען און טעכנאלאגיע, און די כינעזער רעגירונג צווינגט אמעריקאנער פירמעס צו ארויסגעבן זייערע ביזנעס סודות וואס ווערט שפעטער נאכקאפירט דורך כינזערע ביזנעסער.

אויסער דעם וועט אמעריקע אויך איינרייכן א אפיציעלע אנקלאגע קעגן כינע אינעם אינטערנאציאנאלן האנדלס ארגאניזאציע איבער פארלעצן די אייגנטום רעכטן פון אמעריקאנער פירמעס, און קוועלער אין די טרעזשורי דעפארטמענט זאגן אז אמעריקע פארמאגט קראנטע באווייזן צו איבערצייגן אז כינע טוט פארלעצן אינטערנאציאנאלע האנדלס רעגולאציעס, און אמעריקע איז גרייט פאר א פארצויגענע האנדלס געפעכט מיט כינע ביז זי שטעלט זיך צו צו די אינטערנאציאנאלע האנדלס סטאנדארטן.

כינע האט רעאגירט צו די שריט מיט אויפברויז און געזאגט אז זי וועט נישט שווייגן און לייגן שווערע קאנטער-סאנקציעס אויף אמעריקאנער אימפארט, לויט באריכטן אין כינע גייט זיך די רעגירונג צו באשטראפן די אמעריקאנער אגריקולטור וואס וועט וויי טאן פאר אמעריקאנער פארמער אין די דרום שטאטן, אין פלעצער ווי טראמפ איז שטארק פאפולער, כינע האפט אז דאס וועט לייגן פאליטישע דרוק אויפ׳ן פרעזידענט.

די נייעס האט געהאט א נעגאטיווע עפעקט אויף די סטאק מארקעטס וועלכע האבן געזען דראסטישע נידערונגען, אבער פילע אמעריקאנער ביזנעס פירער האבן באגריסט די שריט זאגנדיג אז עס איז העכסט צייט אז אמעריקע זאל עפעס טון איבער כינע׳ס אגרעסיווע האנדלס טאקטיקן אינעם גלאבאלן מארקעט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל