אמעריקאנער דראון אטאקע אומגעברענגט 21 וויכטיגע טעראריסטן אין פאקיסטאן
צוויי מיסילס וועלכע זענען ארויסגעשאסן געווארן פון אן אמעריקאנער דראון אין אפגאניסטן האט אומגעברענגט מיטגלידער פון אן אקטיווע טעראר צעל אין פאקיסטאן ביים גרעניץ מיט אפגאניסטן, אריינגערעכנט זי זון פונעם הויפט טאליבאן פירער אין פאקיסטאן מולא פאזלולא.

די דראון אטאקע האט געצילט א קאמפאונד וועלכע ווערט אפט באזוכט דורך דעם טאליבאן פירער, און טראץ וואס ער איז ווארשיינליך נישט צווישן די אומגעקומענע גלייבן די מיליטערישע פירער אז זיין זון און פילע פון זיינע נאנטע געפונען זיך צווישן די אומגעקומענע.

די פאקיסטאנער רעגירונג האט שוין פילע מאל געבעטן פון אמעריקע צו נעמען שריט קעגן דעם טאליבאנער פירער, און מען שאצט אז די אקציע איז געקומען מיט הילף פון די פאקיסטאנער אויטאריטעטן וועלכע טוען לעצטנס מער קאאפערירן אינעם קאמפ קעגן טעראר אין ליכט פון שארפע שריט וואס אמעריקע האט גענומען קעגן זיי.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל