אריזאנא סענאטאר דזשעף פלעיק, וועלכער וועט בקרוב פענסיאנירן, האט דורכאויס א שמועס וואס ער האט געגעבן אין ניו העמשיר געלאזט פאלן א באמערקונג אז ער וועט מעגליך לויפן קעגן פרעזידענט טראמפ אין די קומענדיגע וואלן פון 20'.

פלעיק, אן אויסגעשפראכענער קעגנער פון טראמפ, האט אויך גע'טענה'ט אז עס "קומט זיך נישט" פאר די רעפובליקאנער צו פירן דאס לאנד, צוליב זייער בלינדער געטריישאפט צו טראמפ.

דער קומענדיגער וואלן-סעזאן איז מיט קנאפע צוויי יאר ארום, און קאנדידאטן הייבן געווענליך אן מיט זייערע קאמפיינס מיט א יאר פאר די וואלן.

נארמאלערווייז לויפן נישט קיין קאנדידאטן פונעם עקזיסטירנדן פרעזידענט'ס קאמפיין דורכאויס א ווידערוויילונג-סעזאן, אבער די רעפובליקאנער רישן זיך אויף א מעגליכקייט אז טראמפ וועט דארפן אויסשטיין א פריימערי-פארמעסט אין 20'.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל