וואשינגטאן – דער סופרים קאורט אין וואשינגטאן האט נעכטן אפגעזאגט א ביטע פון דער רעפובליקאנער פארטיי פירערשאפט אין פענסילוועניע, איבער'ן אנגייענדיגן געפעכט ארום די קאנגרעסיאנאלע מאפעס אין דער סטעיט. די העכסטע סטעיט סופרים קאורט אין פענסילוועניע האט מיט עטליכע וואכן צוריק ארויסגעגעבן אן אורטייל, אז די עקזיסטירנדע צעטיילונג פון קאנגרעסיאנאלע דיסטריקטס אין דער סטעיט איז אומלעגאל, וויבאלד עס איז געשטיקלט געווארן דורך די רעפובליקאנער מיט פאליטישע מאטיוון, ס'זאל זיי בענעפיטירן ביי די וואלן און אפשוואכן דעם אפעקט פון דעמאקראטיש-רעגיסטרירטע וויילער. די רעפובליקאנער אין פענסילוועניע האבן פרובירט צו בעטן פונעם העכסטן סופרים קאורט אין וואשינגטאן זיך אריינצומישן און אנולירן דעם סטעיט געריכט'ס אורטייל, אבער דער סופרים קאורט האט ארויסגעווארפן די ביטע.

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל