וואשינגטאן – דער פעדעראלער "ענווייראמענטאל פראטעקשאן אגענטור" פירער, סקאט פרואיט, האט אפגעשאפן א געפלאנטע רייזע קיין מדינת ישראל, וועלכע האט געזאלט דויערן כמעט א וואך, וואס קומט אלס דירעקטע רעזולטאט פון דעם וואס פרואיט איז אונטער דרוק צוליב וואס עס זענען אויפגעדעקט געווארן דעטאלן איבער זיינע טראוועל אויסגאבן, אריינגערעכנט דאס וואס ער נעמט פילע טייערע "פוירסט קלעס" רייזע-בילעטן און ספעציעלע "טשארטער" פליגערס, אויפ'ן חשבון פון אמעריקאנער שטייערצאלער.
פאריגע וואך האט ער פארענטפערט זיינע טייערע טראוועל קאסטן, זאגנדיג אז ער טוט עס ווייל ער ציטערט צו ווערן אטאקירט אויב וועט ער זיצן אינאיינעם מיט צענדליגער אנדערע פאסאזשירן אויף א קאמערציאלן פליגער, צוליב די "שטארק-פארפּעסטיגטע פאליטישע ענווייראמענט" אין לאנד.
הוסף רשומת תגובה