ברוקלין – א בוים איז דערמארדעט געווארן אין ברוקלין, און די ניו יארק סיטי אויטאריטעטן זענען דערגאנגען די אידענטיטעט פונעם שולדיגן און ווילן אז יענער זאל באצאלן 176 טויזנט דאלאר דערפאר. די רעדע איז פונעם גרויסן "פּיין אוק" בוים פארנט פונעם אדרעס 299 סאוט פערטע סטריט, וואו א שטאטישער אינספעקטאר האט פארלאפענעם אקטאבער געפונען איבער 20 לעכער אריינגעגראבן מיט א דרילער אינעם שטאם פונעם בוים, וואס דאס האט אפגעטויטעט די לעבהאפט פונעם בוים און עס גיט מער נישט ארויס קיין שום בלעטער אדער פייכטקייט. דער לענדלארד נאועם אמאס לייקנט, און ער זאגט אז ער האט גארנישט געהאט מיט דעם בוים-מארד, אבער די סיטי צווינגט אים צו באצאלן דאס געלט, און אמווייניגסטנס, אויב באצאלט ער נישט, וועט ער דארפן איינפלאנצן 98 נייע ביימער לענגאויס ברוקלין.
הוסף רשומת תגובה