וואשינגטאן – א ניו יארק טיימס באריכט דעקט אויף, אז ראבערט מוללער, וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, האט זיך אנגעהויבן קאנצענטרירן אויסצופארשן די זיצונג וואס פרעזידענט טראמפ'ס זון, דאנעלד דזשוניער, האט אפגעהאלטן מיט א רוסישן לאיער אין יוני יאר 2016, און ספעציפיש איבער דעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט פרובירט ליגנט זאגן און עס פארדעקן, ווען די דעטאלן פון דער זיצונג זענען צום ערשט אויפגעדעקט געווארן פאר'ן פובליק מיט בערך א יאר צוריק. דער פרישער טיימס באריכט דערציילט, אז מוללער גייט רעדן מיט מארק קארעלא, א געוועזענער ווארטזאגער פאר טראמפ'ס לאיערס, וועלכער האט רעזיגנירט פון זיין אמט נישט לאנג נאכדעם וואס דאס ווייסע הויז האט געפירט אן אפעראציע צו ליגנט זאגן און פארדעקן די דעטאלן פון דער זיצונג, ווייל קארעלא האט מורא געהאט אז די אפעראציע איז קלאר געווען "אבסטראקשען אוו יוסטיץ" און ער האט נישט געוואלט שפילן א ראלע דערין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל