וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע באטראכט א פלאן, צו טוישן די פעדעראלע פארשריפטן און רעגולאציעס איבער מדבריות אין קאליפארניע, וואס באלאנגען פאר די פעדעראלע רעגירונג, אז עס זאל ערלויבט ווערן דארטן אוועקצושטעלן נייע גרויסע פארמס פון ווינט און סאלאר ענערגיע. ביז היינט זענען די מדבריות געווען באשיצט אונטער ענווייראמענטאלע געזעצן, אז מען האט דארטן נישט געטארט אונטערנעמען קיין שום אינדוסטריעלע גראבונגען און פראיעקטן, אבער א טויש אין די רעגולאציעס וועט יא ערלויבן פראיעקטן, און די אדמיניסטראציע וויל ספעציפיש דארטן אוועקשטעלן גרויסע פראיעקטן פאר ווינט און סאלאר ענערגיע, וואס וועט באפרידיגן די ענווייראמענטאלע אקטיוויסטן וועלכע וועלן ברויזן אז מ'ערלויבט צו אינדוסטריעליזירן די מדבריות.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל