איסלאמאבאד – די אמעריקאנער רעגירונג, אינאיינעם מיט אינדיע און נאך לענדער, האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אז פאקיסטאן זאל צוריקגעשטעלט ווערן אויף דער שווארצער ליסטע פון לענדער וועלכע שטיצן טעראר. די ליסטע ווערט קאנטראלירט דורך די אינטערנאציאנאלע "פיינענשאל עקשאן טעסק פארס", און פאקיסטאן איז שוין געווען אויף דער ליסטע פון יאר 2012 ביז יאר 2015, ווען די אבאמא אדמיניסטראציע האט זיי אראפגענומען, נאכדעם וואס די ארטיגע רעגירונג האט געוויזן מער קאאפעראציע אין באקעמפן טעראר. די טראמפ אדמיניסטראציע האט א צייט צוריק אנגעהויבן לייגן פרישע דרוק, אז פאקיסטאן זאל מער טון אויסצוראטן טעראר פון אירע גרעניצן, און טראמפ האט סוספענדירט 2 ביליאן דאלאר אין פינאנציעלע הילף. אצינד וויל די טראמפ אדמיניסטראציע צוריק ארויפשטעלן פאקיסטאן אויף דער טעראר ליסטע, וואס קומט מיט שווערע סאנקציעס און איזאלירונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל