מאסקווע – רוסישע רעגירונג קוועלער האבן באשטעטיגט די באריכטן, אז דער אמעריקאנער סי-איי-עי דירעקטאר, מייק פאמפעיא, האט זיך פאריגע וואך געטראפן מיט צוויי הויכראנגיקע פירער פון רוסישע שפיאנאזש אגענטורן, צו דיסקוסירן קאנטער-טעראריזם אישוס. לויט די באריכטן, האט פאמפעיא זיך געטראפן מיט'ן פירער פון די רוסישע "עס-ווי-אר", רוסלאנד'ס אויסלענדישע שפיאנאזש סערוויס און דער פירער פון די "עף-עס-בי", רוסלאנד'ס ערזאץ פאר די אמאליגע טרויעריג-בארימטע "קעי-דזשי-בי". עס איז בכלל נישט קיין זעלטענע זאך אז אמעריקאנער און רוסישע שפיאנאזש באאמטע טרעפן זיך צו דיסקוסירן וויכטיגע אישוס, אבער עס איז מערקווירדיג וויבאלד עס קומט אינמיטן דעם סאמע ברען פון דער טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, ווען טראמפ'ס קאמפיין ווערט באשולדיגט אין שטילערהייט קאאפערירן מיט רוסלאנד צו טשעפען מיט אמעריקע'ס פרעזידענט וואלן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל