די פענטאגאן האט פרייטאג ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זי באשטעטיגט אז די אמעריקאנער מיליטער וועט פארשטערקערן איר מיליטערישע נוקלעארע מעגליכקייטן, אלס רעאקציע צו די שטארקע ארעסנאל וואס רוסלאנד פארמאגט, הויפטזעכליך מיט קלענערע נוקלעארע באמבעס וועלכע קענען גענוצט ווערן מער געצילט, און ווערן ארויסגעשאסן פון סומבארינען, די מיליטער זאגט אז זינט 2010 האט רוסלאנד שטארק פארשטערקערט איר נוקלעארע ארסענאל און דערפאר פעלט זיך אויס צו איבערפרישן די אמעריקאנער זאפאסן.

אינעם באריכט שרייבט די מיליטער אז צוליב די פארלעלטערטע נוקלעארע טעכנאלאגיעס טוט אמעריקע מער נישט פארמאגן אזא שטארקע אויבערהאנט איבער רוסלאנד און כינע, און טוט אויך אנמערקן די פרואוון פון איראן און נארט קארעא אלס סיבות צו פארשטערקערן דעם נוקלעארן פראגראם. רוסלאנד האט פארדאמט דעם באריכט זאגנדיג אז דאס איז געצילט צו אויפפלאמען קריג צווישן די גרויסמאכטן, און כינע האט געזאגט אז אמעריקע ״שפילט א שפיל פונעם קאלטן קריג״ און געזאגט אז עס איז אומדערהערט אז אין די צייט וואס די וועלט פרובירט צו איינצוימען נוקלעארע וואפן זאל אמעריקע פארשטערקערן דעם געיעג נאך נוקלעארע וואפנס.

בילד:

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל