ביי א צוזאמטרעף צווישן סענאטאר שומער און פארשטייערס פון דעם 'ארטאדאקס יוניאן' האט דער דעמאקראטישער מינאריטעט-פירער גערופן ארטאדאקסישע אידן צו זיין מער אויסגעשפראכן אין זייער קריטיק קעגן טראמפ'ס אנגעבליכער שטילקייט אין אנבליק פון האס-פארברעכנס.

שומער האט זיך באזונדערס אפגעשטעלט אויף וואס ער האט באצייכנט ווי א שוואכע רעאקציע צו טראמפ'ס פארווער קריטיק קעגן סופרעמיסיסטן נאך יענעם ראסיסטישן צוזאמקום אין שארלאטסוויל, ווירדזשינע, פאראיאר.

או-יו מיטגלידערס וואס האבן זיך באטייליגט ביי יענעם מיטינג זאגן אבער, אז די גרופע האט יא אויסגעדריקט זארג איבער דעם אופן וויאזוי דער פרעזידענט האט באצייכנט די געשעענישן אין שארלאטסוויל.

בילד: סענאטאר שומער רופט ארטאדאקסישע אידן צו קריטיקירן טראמפ-פאליסיס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל