ירושלים – א שרעק באנעמט יעדן, ווען מען לייענט באריכטן אז עס איז דא אן ערנסטע זארג אז כעמישע וואפנס, וועלכע ווערן גענוצט אין סיריע, קען עווענטועל אריבעררינען קיין ארץ ישראל, און דארטן אפעקטירן טויזנטער איינוואוינער ה"י. די ווארענונגען איבער א מעגליכע אריבעררינונג פון כעמישע וואפנס פון סיריע קיין ארץ ישראל, קומט פון די ציוניסטישע שפיאנאזש אגענטורן, וועלכע האבן ארומגעשיקט א מעסעדזש צו איזראעלישע אמבאסאדארן איבער דער וועלט, זאגנדיג אז עס איז דא קלארע באווייזן אז דער סירישער דיקטאטור באשאר אסאד פארמאגט נאך א גאנצן זאפאס פון כעמישע וואפן, און ער פלאנירט דאס אנצוהייבן נוצן מער אגרעסיוו. דאס קומט אלעס נאכדעם וואס מדינת ישראל האט דורכגעפירט אומפאראנטווארטליכע באמבארדירונגען אויף איראנער צילן אין סיריע, וואס האט געפירט צום אראפשיסן פון אן איזראעלישן פליגער.

מאפע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל