ניו יארק – די קריטיק קעגן מעיאר ביל דעבלאזיא איבער דעם וואס ער שטעלט אריין היימלאזע ניו יארקער אין האטעלן, אנשטאט אין פובליק שעלטערס, איז פארשטארקערט געווארן אין די לעצטערע טעג. די פרישע קריטיק קומט נאכדעם וואס דער "ניו יארק פאוסט" האט פובליצירט אן ארטיקל, אין וועלכע זיי דעקן אויף אז אלעס אינאיינעם טוט די דעבלאזיא אדמיניסטראציע פלאצירן אזויפיל ווי 11 טויזנט היימלאזע אין האטעלס, און עס קאסט פאר ניו יארקער שטייערצאלער 222 דאלער א נאכט פער היימלאזן, אין פארגלייך צו די 150 דאלער א נאכט פער היימלאזן וואס איז פלאצירט אין א פובליק שעלטער.

אין א נאכפאלגנדע אנאליז, האט דער "פאוסט" דעטאליזירט וויאזוי דעבלאזיא'ס פראגראם העלפט שטארק ארויס ניו יארק סיטי האטעלן, וועלכע פלאגן זיך אנצופולן זייערע צימערן, אלס רעזולטאט פון אזעלכע סערוויסעס ווי "עיר-בי-ען-בי", וואו פריוואטע מענטשן דינגען ארויס צימערן פון זייערע היימען פאר א נאכט/וואך/מאנאט, פונקט ווי האטעלן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל