אלבאני – א מערקווירדיגער שטורעם איז אנטשטאנען אין ניו יארק, ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די ספעציעלע קערפערשאפט וועלכע פארפיגט אויף א גרויסן פראיעקט פון קאנסטרוקציע און אינדוסטריע אין דער סטעיט, האט גענוצט א פאלשן בילד צו פארפירן דעם פובליק. די רעדע איז פון "עמפייער סטעיט דעוועלאפמענט", א גרופע וועלכע גאווערנאר ענדרו קאומאו האט געגרינדעט, צו העלפן פאראויסשטופן גרויסע קאנסטרוקציע און אנטוויקלונג פראיעקטן אין דער סטעיט, דורכ'ן געבן גאר גרויסע שטייער הנחות און אנדערע בענעפיטן פאר ביזנעסער. די גרופע האט ארויסגעגעבן א בראשור איבער זייער פארשריט, און האט געשטעלט א בילד פון "קרעינס" ביי דער ארבעט, געבנדיג אנצוהערן אז דאס איז א ניו יארקער בילד – אבער עס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א בילד פון א פראיעקט אין ווייטן דרום אפריקע, פון יאר 10'. די גרופע, וועלכע עקספערטן באטראכטן אלס א דורכפאל, האבנדיג געשאפן דערווייל בלויז 200 פרישע דזשאבס, האט זיך אנטשולדיגט און געזאגט אז זיי וועלן ארויסשטעלן א ניי בילד, טאקע פון א ניו יארקער פראיעקט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל